צום ערשטן מאל אין איבער א יארצענדליג וועלן דריי אמעריקאנער עיר-קרעפט קעריערס זיך באטייליגן אין די זעלבע צייט אין א ברייטער טרענירונג אפעראציע וואס וועט פארקומען אינעם פאסיפישן ים. די יו.עס.עס. ראנעלד רעיגען וועלכע איז באזירט אין יאפאן, די יו.עס.עס טעאדער רוזעוועלט וועלכע איז באזירט אין סאן דיעגא, און די יו.עס.עס. נימיץ וועלכע איז סטאנציאנירט אין וואשינגטאן וועלן זיך צונויפקומען פאר די מיסיע וואס וועט פארקומען אין אינטערנאצינאלע וואסערן.

טייל פון די טרענירונג וועט פארקומען אין די וואסער נעבן יאפאן און נעבן קארעא, און וועט זיין קאארדינירט מיט די מיליטערישע קרעפטן אינעם ראיאן, און איז געצילט צו צייגן מאכט קעגן די נארט קארעא רעזשים. די נעיווי האט היינט געמאלדן איבער די טרענירונג, אין די זעלבע צייט וואס פרעזידענט טראמפ געפונט זיך אין אזיע ווי א טייל פון זיין אגענדע איז קאנצעטרירט אויף די קריזיס מיט נארט קארעא.

בילד: נעיווי וועט דורכפירן גאר זעלטענע מושטירונג אינעם פאסיפישן ים

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל