דעטרויט - מער ווי צען יאר נאכדעם וואס זי האט זיך אריינגעלאזט אין פאבריצירן קארס וועלכע ארבעטן מיט עלעקטעריק, האט די טעסלא פירמע געמאלדן אז זי וועט אנהייבן פראדוצירן טראקס און קליינע טרעילארס וועלכע ארבעטן אויך בלויז אויף עלעקטעריק. טעסלא׳ס הויפט עקזעקוטיוו און גרינדער, עלאן מאסק, האט געזאגט אין א סטעיטמענט אז אירע טראקס וועלן קענען פארן 500 מייל אין א צי איידער מ'וועט דארפן נאכאמאל טשארדזשן די באטעריעס, און עס וועט קענען טראגן אנגעפילטע טראקס ביז ארום 80,000 פונט. מאסק האט געצייגט די ערשטע סעמפלס פונעם עלעקטערישן טראק, פארנט פון טעסלא׳ס דעזיין צענטער אין האוטארן, קאליפארניע, זאגנדיג אז פירמעס קענען שוין אראפלייגן א 5 טויזנט דאלאר דעפאזיט פאר די טראקס, וועלכע וועלן ווערן פראדוצירט אין יאר 19׳. איינס פון די סאמע ערשטע קאסטומערס זענען געווען וואלמארט, וועלכע האט געזאגט אז זי האט שוין איינגעקויפט פופצן שטיק.

בילד: טעסלא מעלדט פראדוקציע פון עלעקטערישע טראקס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל