סאודי אראביע – נעכטן איז אפגעהאלטן געווארן א גרויסע קאנטער-טעראריזם קאנפערענץ אין סאודי אראביע'ס הויפטשטאט ריאד, אנגעפירט דורכ'ן מאכטפולן קרוין פרינץ מוכאמעד בין סאלמאן, וואו פערציג מוסולמענער לענדער האבן זיך צוזאמגענומען און זיך פונדאסניי פארפליכטעט צו באקעמפן טעראריזם און עקסטרעמיזם.

די פערציג לענדער זענען טייל פון דער "איסלאמיק מיליטערי קאנטער-טעראריזם קאאליציע", וועלכע קרוין פרינץ בין סאלמאן האט געגרינדעט מיט צוויי יאר צוריק, און די פרישע פארפליכטונג צו באקעמפן טעראר, קומט נאכדעם וואס עס האט פאסירט די זעלטענע טויטליכע אייסיס טעראר אטאקע אין עגיפטן, מיט אריבער 300 אומגעקומענע.

די לענדער האבן פארשפראכן אז זיי וועלן שטיין איינער דעם אנדערן צו דער האנט, און צושטעלן מיליטערישע, פינאנציעלע און סיי וועלכע אנדערע סארט הילף, צו באקעמפן מיליטאנטן ביי זיך אינדערהיים – און מען האט שוין טאקע נעכטן געהערט אז עגיפטן האט באמבארדירט אייסיס צילן אינעם סיני ראיאן, און אנדערע לענדער האבן אנגעבאטן הילף.

בילד: פערציג מוסולמענער לענדער פארפליכטן זיך צו באקעמפן טעראר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל