ארגינאלע באריכט

אומאן – אן ערנסטע פייער האט נעכטן אינדערפרי אויסגעבראכן אין א געביידע הארט נעבן דעם ציון פון רבי נחמן מברעסלאוו זי"ע אין אומאן, אוקראַינע. לאקאלע הצלה וואלונטירן זענען אין איילעניש אנגעקומען און עוואקואירט די קינדער פון א דערנעבנדיגער תלמוד תורה געביידע, און באזונדער האבן די וואלונטירן געראטעוועט עטליכע ספרי תורה פון אלע ארומיגע געביידעס, וואו עס עקזיסטירן עטליכע בתי מדרשים. דאס פייער האט פאראורזאכט א קורצשלוס אינעם ראיאן, און אויך דער אוהל פונעם צדיק איז אפעקטירט געווארן פונעם קורצשלוס. בחסדי ה' איז מען אפגעקומען בלויז מיט נישט-ערנסטע פינאנציעלע שאדנס, און דאס פייער איז פארלאשן געווארן אן דעם וואס עמיצער זאל געשעדיגט ווערן.

בילד: העליש פייער נעבן ציון פון הרה"ק מברסלב זי"ע


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל