פלארידע – א פלארידע פארשוין, וועלכער האט געטראגן א העמדל מיט'ן אויפשריפט, "זיצן אין טורמע איז אומגעשמאק", האט זיך עס טאקע איבערגעצייגט ווען ער איז ארעסטירט געווארן פאר'ן שווינדלען מיט זיין פוד סטעמפס קארטל. דער 39 יעריגער דאן קאסטנער איז ארעסטירט געווארן דורך די מענעטי קאונטי שעריפס אין פלארידע, וועלכע האבן דורכגעפירט א סטינג אפעראציע, גערופן "אפעראציע מאלצייט". אין ראם פון דער אקציע האבן זיך אנדערקאווער אגענטן פארגעשטעלט אלס דראג האנדלער, און האבן אקצעפטירט די פוד סטעמפס בענעפיטן פון זייערע 'קליענטן' אלס באצאלט פאר דראגס און אלקאהאל. קאסטנער האט ביים אריינגעשריבן ווערן אין טורמע געמוזט אויסטאן זיין מערקווירדיגן העמדל און ס'איז ערזעצט געווארן מיט א פשוט'ן טורמע אנצוג. די ארטיגע שעריפס האבן געזאגט אז זיי האבן דורך דער אקציע צוריק-פארכאפט 9,000 דאלאר אין ווערד פון פוד סטעמפס בענעפיטן, וואס די פארברעכער האבן געוואלט אויסגעבן אויף דראגס, און דאס געלט איז אוועקגעשאנקען געווארן פאר א לאקאלע עסן באנק וואס שפייזט די ארימעלייט.

בילד: זיצן אין טורמע, טאקע נישט געשמאק

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל