נעכטן איז אפגעצייכנט געווארן היסטאריע אין אמעריקע מיט דעם וואס די רעזולטאטן פון די וואלן האבן אויסגעקלארט דעם וועג פאר די גרינדונג פון א חסידישע אידישע שטאט אין אמעריקע, די ״טאון אף פאלם טרי״ אדער די שטאט ״טייטלבוים״ ווען א מערהייט פון 83% פון די וויילער אין ארענדש קאונטי האבן געשטימט ״יא״ אויף די פארשלאג צו אפטיילן די ווילעדש אף קרית יואל פון די טאון אף מאנראו און איר געבן די פולע סטאטוס פון א אייגענע טאון.

זייענדיג א טאן באדייט אז די פירערשאפט וועט האבן די פולע פאראנטווארטליכקייט פאר די איינוואוינער, און וועלן צושטעלן די זיכערהייט ווי פאליציי און פייער לעשער דינסטן, און אזוי אויך באקומען זיי די פולע רעכטן איבער בוי פערמיטן און זאונינג, און איבער אלעם וועט דאס האפנטליך ענדיגן די לאנג יעריגע אנגעצויגנקייט צווישן קרית יואל און די שכנים, וואס האט זיך גענומען צוליב די גאר אנדערע געברויכן וואס קרית יואל האט אין פארגלייך צו אירע נישט אידישע שכנים.

די פלאן צו גרינדען א אייגענע טאון איז געווארן געשטיצט פון אלע פראקציעס אין די טאון אף מאנרא אריינגערעכנט פארשטייער פון ״יוניייטעד מאנרא״ און איז אריבער אין די מאנרא לעגיסלאטור מיט 18 שטימען קעגן בלויז 3 קעגנער. אצינד איז צום האפן אז די פירערשאפט פון די ״טאון אף פאלם טרי״ זאלן טאקע אהערשטעלן א מוסטער פון א אידישע שטאט און פירן די לאקאלע רעגירונג מיט יושר און ערליכקייט און מאכן א קידוש ה׳.

בילד: ערשטע אידישע שטאט אין אמעריקע געגרינדעט נעכטן ביינאכט
גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל