וואשינגטאן – א מאדנע זאך האט נעכטן אינדערפרי פאסירט, ווען פרעזידענט טראמפ האט אומדירעקט געפאמפעט און פארשפרייט אן ארטיקל וועלכע רייסט אים גאר שטארק אראפ. עס האט אויסגעזען ווי דער פרעזידענט האט סתם געוואלט ארויסשיקן א מעסעדזש אויף טוויטער מיט די ווערטער "מעיק אמעריקע גרעיט עגעין", אבער בטעות, האט ער דאס ארויסגעשיקט אלס אן ענטפער פאר'ן ליבעראלן זשורנאליסט גרעג סארדזשענט, וועלכער האט געהאט געשיקט א מעסעדזש אויף טוויטער, מיט א "לינק" צו אן ארטיקל וואס ער האט געשריבן צו באשולדיגן טראמפ אלס עמיצער וואס פארמאגט א ראסיסטישן געדאנקנגאנג. דאס האט געפירט דערצו אז די איבער פערציג מיליאן מענטשן וועלכע האלטן מיט טראמפ'ס טוויטער מעסעדזשעס, האבן געקענט לייענען סארדזשענט'ס נעגאטיווער ארטיקל, וואס סתם אזוי, וואלט עס מסתמא בלויז געזען געווארן דורך א פאר טויזנט לייענער.

טוויט: טראמפ פאמפ'ט קריטיק קעגן זיך...


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל