ברענגט גרויסע האָפענונגען פאַר אַ פרישע עפּאָכע פון פרידליכע באַציאונגען מיט די שכנים

קרית יואל. — בעת מיר גייען צום דרוק דעם היינטיגן דינסטאָג נאַכט איז די שאַפונג פון דעם נייעם "טאַון אָוו פּאַלם טרי" געוואָרן אַ רעאַליטעט, נאָכדעם וואָס אַן איבערוויגענדע מערהייט פון 80 פראצענט וויילער (8,656 קעגן 1,749 שטימען) אין קרית יואל און מאָנראָו האָבן געשטימט לטובת די רעפערענדום וואָס וועט טוישן די גרעניץ–ליניעס צו צופּאַסן מיט אַ פאַרגרעסערטע קרית יואל.

די רעזולטאַטן ברענגען גרויסע האָפענונגען אַז נאָך יאָרן פון אָנגעצויגענע באַציאונגען וואָס האָט געברענגט צו פילע פּראָבלעמען, וועט זיך אָנהייבן אַ פרישע עפּאָכע פון רואיגקייט און האַרמאָניע אין די גאַנצע געגענט.

די רעפערענדום איז געווען דער קלימאַקס פון אַ היסטאָרישער אָפּמאַך וואָס איז אויסגעהאַמערט געוואָרן דורך די קרית יואל ווילעדזש באַאַמטע מיט די "יונייטעד מאָנראָו" אין פאַרהאַנדלונגען וואָס האָבן אָנגעהאַלטן 3 חדשים, און וואָס איז מיט 2 חדשים שפּעטער באַשטעטיגט געוואָרן דורך אַן איבערוויגענדע מערהייט פון די אָרענדזש–קאַונטי לעגיסלאַטור.

לויט'ן אָפּמאַך וועט קרית יואל געווינען קאָנטראָל פון פרישע 220 עיקערס (אַריינגערעכנט די 164 –עיקערס) אינדרויסן פון די ווילעדזש'ס פריערדיגע גרעניצן פון וואָס דער נייער "טאַון אָוו פּאַלם טרי" וועט זיין צונויפגעשטעלט, און "יונייטעד מאָנראָו" וועט באַקומען אַ 10 –יעריגע מאָראַטאָריום אויף ענליכע לאַנד שטרייטן און זייער מעגליכקייט צו שטימען אין די טאַון–אָוו–מאָנראָו וואַלן אָן דעם וואָס קרית יואל'ס בלאַק–וואָוטס זאָלן דעצידירן די רעזולטאַטן.

אין אָנבליק פונעם באשטעטיגן דעם נייעם טאַון, וועלן ביידע צדדים אונטערשרייבן אַ געריכטליכע סטיפּולעישאן צו ענדיגן די קלאַגעס וואָס זענען אַריינגעטראָגן געוואָרן דורך "פּרעזערוו האָדסאָן וואַלי" צו באַקעמפן די 164 –עיקערס אַנעקסעישאן וואָס די מאָנראָו טאַון–באָורד האָט באַשטעטיגט אין 15 '. אַלס טייל פון די אָפּמאַך וואָס ביידע צדדים האָבן אונטערגעשריבן, וועט קרית יואל ווילעדזש צוריקציען איר אייגענע קעיס וואָס זי האָט אַריינגעגעבן פאַר'ן אַפּעלאַט–דיוויזשאָן צו באַשטעטיגן די 507 –עיקערס אַנעקסעישאן וואס דער טאַון–באָורד האָט צוריקגעוויזן אין 15 '.

אָבער דער נייער טאַון, וועט נאָכנישט אַריינגיין אין עקזיסטענץ ביז יאַנואַר 1, 2020, אונטער'ן סטעיט געזעץ וואָס פאַרלאַנגט אַז מען זאָל וואַרטן ביז די פאָלגענדע טאַון וואַלן צו ערוועלן די באַאַמטע פאַר'ן נייעם טאַון–באָורד. אבער דער וואודבורי אַסעמבלימאַן דזשעימס סקאָופיס האָט פארשפּראָכן צו זוכן אַ ספּעציעלן געזעץ אין אָלבאַני דאָס צו פאַרשנעלערן, וואס מיינט אז די לעגיסלאַטור און סענאַט מוזן באַשטעטיגן פאָנדן פאַר אַ ספּעציעלע וואַלן וואָס קאָסט אַסאַך געלט.

(צוליב די קורצע צייט דינסטאָג נאַכט, וועט נאָכפאלגן אַ לענגערע באַריכט און אַנאַליז אין א קומענדיגן געלעגענהייט.

*

אין טאַון–אָוו–מאָנראָו האָט דער אַמטירנדער קאַונסילמאַן טאָני קאַרדאָן (אַ רעפּובליקאַנער) געווינען די סופּערווייזער פּאָזיציע מיט 98.44 פּראָצענט (6,418 שטימען) קעגן 1.56 פּראָצענט (102 שטימען) וואָס זענען געווען "רייט אינס". קאַרדאָן איז געלאָפן אָן קיין שום קעגנער, אָבער אַ קליינע צאָל וויילער האָבן אַריינגעשריבן דעם נאָמען פונעם אַמטירנדן סופּערווייזער האַרלי דאָולס.

די אַנדערע קאַנדידאַטן: פרוי בינגהעם וועלכע איז געלאָפן אויף "יונייטעד מאָנראָו" ליניע אַלס קאַונֹסילמאַן אויפ'ן אָרט פונעם אַמטירנדן קאַונסילמאַן דזשערי מעקוועיד, וועלכער איז נישט געלאָפן פאַר ווידערערוועלונג, האָט באַקומען 5,865 שטימען; דער אַמטירנדער קאַונֹסילמאַן ריק קאָלאָן וועלכער איז געלאָפן פאַר ווידערערוועלונג האָט באַקומען 3,455 שטימען (ער איז נישט געלאָפן אויף די "יונייטעד מאָנראָו" ליניע, אָבער זיי האָבן נישט אַרויסגעשטעלט קיין שום קעגנער).

פרוי שוואָרטץ וועלכע איז געלאָפן אויף די "יונייטעד מאָנראָו" ליניע אַלֹס ריכטערין — צו ערזעצן די סוספּענדירטע ריכטערין ווינטשעסטער וועלכע שטייט אויס פעדעראַלע קלאַגעס — האָט באַקומען 4,507 שטימען.

אַלע טאַון קאַנדידאַטן זענען אינדאָרסירט געוואָרן דורך די "קרית יואל אַלייענס" וועלכע קוקט אַרויס אויף ווייטערדיגע גוטע באַציאונגען לטובת די בניני הקהילות והמוסדות.

דאָס מיינט אז עס קומט אַ פונדאַמענטאַלע ענדערונג אין די טאַון פירערשאַפט, ווען כמעט אַלע פּאָזיציעס וועלן ליגן אין די הענט פון "יונייטעד מאָנראָו" באַאַמטע.

*

ביי די קאַונטי פאַרמעסטן האָט קאַונטי–עקזעקוטיוו סטיוו ניוהאַוז געווינען ווידערערוועלונג מיט אַ שטאַרקע מערהייט פון 60 פּראָצענט (42,015 שטימען) קעגן 40 פּראָצענט (28,856 שטימען) פאַר זיין דעמאָקראַטישן קעגנער פּעט דעיוויס (גראַדע פון מאָנראָו).

ניוהאַוז איז אַן אַלטער גוטער פריינט פאַר חרדי'שע אינטערעסן, און איז טאַקע אינדאָרסירט געוואָרן דורך די "קרית יואל אַלייענס". בעזהי"ת וועט זיין ביז איצטיגע פריינטשאַפט פאַר די געגנט פאַרשטערקערט ווערן, און ווייטער אַרויסהעלפן בגשמיות וברוחניות.

אויך דער אָרענדזש קאַונטי דיסטריקט–אַטוירני דעיוויד האָוולער איז ווידערערוועלט געוואָרן מיט גאָר אַ גרויסע מערהייט פון כמעט 2 דריטל, 65 פּראָצענט (46,029 שטימען), באַזיגענדיג נאָכאַמאָל זיין דעמאָקראַטישן קעגנער מייקל איסגור וועלכער האָט באקומען בלויז אַ דריטל 35 פּראָצענט (24,756 שטימען). איסגור איז אויך געלאָפן ביי די פריערדיגע וואַלן אין 13 ', און עס איז העכסט איראָניש אַז אויך דעמאָלט האָט האָוולער אים באַזיגט מיט אַ דריטל פון די שטימען!

האָוולער וועלכער איז זייער אַ סימפּאַטישער מענטש און האָט לאַנגיעריגע גוטע באַציאונגען מיט קרית יואל, איז אויך אינדאָרסירט געוואָרן דורך די "קרית יואל אַלייענס".

אויך קאַונטי קלוירק פרוי רעביט (אינדאָרסירט געוואָרן דורך די "קרית יואל אַלייענס") האָט געווינען מיט 61 פּראָצענט (44,001 שטימען) קעגן 39 פּראָצענט (28,046 שטימען) פאַר'ן דעמאָקראַטישן קעגנער פרוי מוקווין.

ריכטער וויליאַם דעפּראָסאָ (אינדאָרסירט געוואָרן דורך די "קרית יואל אַלייענס") האָט געווינען מיט 99 פּראָצענט פון די שטימען. ער איז געלאָפן אָן קיין קעגנער.

בילד: נייער "טאַון אָוו פּאַלם טרי" באַשטעטיגט מיט איבערוויגענדע מערהייט דורך וויילער אין קרית יואל און אין מאָנראָו טאַון

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל