תל אביב – נעכטן איז אפגעזאגט געווארן די מעגליכקייט פאר א פארדאן פאר'ן איזראעלישן סאלדאט וועלכער האט געשאסן און אומגעברענגט א פאלעסטינער, טראץ וואס יענער איז געווען אומשעדליך. דער אינצידענט מיט'ן זעלנער אליאור אזריה האט פאסירט אין מערץ יאר 15', ווען ער האט געשאסן און אומגעברענגט דעם פאלעסטינער אבדעל פאטאח אל-שאריף, אין דער צייט וואס אל-שאריף איז בכלל נישט געווען קיין טעראר געפאר. אל-שאריף האט געהאט דורכגעפירט א שטעכעריי אטאקע און איז געשאסן און פארוואונדעט געווארן, און דאן איז אזריה צוגעקומען צו אים, ווען ער איז שוין געלעגן אויף דער ערד באוועגלאז, און אים נאכאמאל געשאסן און אומגעברענגט. אזריה איז פאראורטיילט געווארן צו אכצן מאנאטן טורמע, און אין סעפטעמבער איז עס פארקורצט געווארן מיט 4 מאנאטן. ער האט פרובירט צו באקומען א פארדאן און ווערן אינגאנצן ריינגעוואשן, אבער דער מדינת ישראל פרעזידענט ראובן ריבלין האט נעכטן אנטזאגט צו שענקען א פארדאן.

בילד: דער איזראעלישער זעלנער, אליאור אזריה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל