וואשינגטאן – דעמאקראטן האבן זיך נעכטן ארויפגעכאפט אויף א באריכט איבער וועמען פרעזידענט טראמפ פלאנירט אויסצואוועלן אנצופירן דעם פעדעראלן צענזוס ביורא, און די דעמאקראטן זענען גלייך ארויסגעקומען מיט שארפע קריטיק. די באריכטן האבן געצייגט אז פרעזידענט טראמפ האלט ביים אויסוועלן טאמעס ברונעל, א פראפעסאר אין טעקסאס, און באלד האט מען געהערט פארשידענע נעגאטיווע דעטאלן איבער ברונעל, אריינגערעכנט די פאקט אז ער האט נישט קיין שום פריערדיגע ערפארונג אין דער פעדעראלער רעגירונג. באזונדער האט ארויסגעשטארט קאמענטארן וואס ברונעל האט געלאזט פאלן מיט עטליכע יאר צוריק, זאגנדיג אז "וואלן, וואו ביידע קאנדידאטן האבן אן עכטן שאנס צו געווינען, איז נישט גוט פאר אמעריקע". דעמאקראטן זאגן אז אויב ברונעל וועט זיין דער וואס וועט פירן די צענזוס ציילונג אין יאר 020', וועט ער עס בלויז אהערשטעלן מיט פאליטישע מאטיוון, צו בענעפיטירן רעפובליקאנער סטעיטס און רעפובליקאנער דיסטריקטס.

בילד: קריטיק קעגן טראמפ'ס צענזוס אויסוואל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל