לואיזיאנא – אין א שטעטל אין לואיזיאנא זענען 350 מענטשן פארטריבן געווארן פון זייערע הייזער זיבן מאנאטן צוריק, נאכדעם וואס א 9 אקער לאך האט זיך געעפנט אונטער זייערע הייזער, אלס רעזולטאט פון די אקטיוויטעטן פון א זאלץ פירמע וואס שעפט ארויס די זאלץ פון אן אונטערערדישע מינע וואס לויפט אונטער די הייזער. די פירמע, "טעקסאס בריין", ("בריין" איז דער ענגלישער ווארט פאר זאלץ וואסער), שעפט ארויס די זאלץ פון דער אונטערערדישער זאלץ מינע, דורך אריינפאמפן וואסער אין דער מינע, וואס צעלאזט די אונטערערדישע זאלץ, און דאן שלעפט זי ארויס די זאלציגע וואסער. דאס וואסער ווערט שפעטער ארויסגעשעפט פון די זאלץ און מ'פארבלייבט מיט ריינע זאלץ. יעצט האט דער לואיזיאנא גאווערנאר באפוילן אז די "טעקסאס בריין" פירמע דארף אפקויפן די 150 הייזער אינעם געזונקענעם ארט, כדי די פאמיליעס זאלן זיך קענען שטעלן אויף די פיס. דער גאווערנאר פארלאנגט אויך אז די פירמע זאל צוריקצאלן פאר דער סטעיט און לאקאלע אגענטורן די אויסגאבן וואס עס האט זי אפגעקאסט זיך צו ספראווען מיט'ן פראבלעם. די סטעיט האט שוין געשפענדעט 8 מיליאן דאלאר צו העלפן די פאמיליעס אבער זי איז נישט פארגיטיגט געווארן.

בילד: טעקסאס זאלץ פירמע מוז אפקויפן הייזער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל