וועסטשעסטער קאונטי עקזעקיוטיוו ראבערט עסטארינא, אין די לעצטע וואכן פון זיין קאדענץ, האט ארויסגענומען א בלעטל פון אראנדזש קאונטי עקזעקיוטיוו'ס ווירטשאפט ביכל און געמאלדן א רייע אינציאטיווען צו הייבן די באנוץ און ביזנעס אטמאספערע פון די לאקאלע עירפארט.

דער רעפובליקאנער עסטארינא, וועלכער האט פארלוירן זיין ווידערוויילונג פאריגע וואך צו סטעיט סענאטאר לאטימאר, האט אויפגענומען די "מעקווערי אינפראסטרוקטור קארפ." איבערצונעמען די רוטינע אפעראציעס ביים וועסטשעסטער קאונטי לופטפעלד. עסטארינא האט אויך באשטעטיגט א גרויסארטיגע 1.1 ביליאן דאלאר פלאן צו פארבעסערן און רענאווירן דעם לופטפעלד, אבער עס לאזן אין די יעצטיגע גרויסקייט אן צולייגן.

אין אראנדזש קאונטי, האבן באאמטע אריינגעלייגט גאר גרויסע כוחות די לעצטיגע יארן אויפצוארבייטן די באנוץ און רעפוטאציע פון "סטוארט לופטפעלד" אין ניובערג, א 25 מינוט וועג פון קרית יואל. די ארבייט האט געברענגט פליענדע רעזולטאטן, צום גרויסן צופרידנהייט פון די לאקאלע ריעל עסטעיט און ביזנעס געמיינדע.

אין וועסטשעסטער, האט "מעקווערי" געווינען א -40 יאר ליעס צו מענעדזשען דעם לופטפעלד. די קאמפאני צאלט $300 מיליאן אלס "דאון פעימענט" פאר'ן ליעס, און די איבעריגע וואס די פירמע באצאלט איז איינגעטיילט ארום האלב אויף פשוט רענט און די אנדערע האלב אויף אינוועסטמענטס אין אינפראסטרוקטור.

די וויכטיגקייט פון גוטע לאקאלע לופטפעלדער פאר ריעל עסטעיט, און די עקאנאמיע אין אלגעמיין, ווערט אנערקענט אויך אויף סטעיט און פעדעראלע שטאפלען. אין ניו יארק האלט מען אינמיטן א צווילינג פראיעקט פון 4 ביליאן דאלאר רענאוואציעס ביי "קענעדי" לופטפעלד און נאך 4 ביליאן דאלאר פארבעסערונגען ביי "לאגווארדיע," פארשטייענדיג אז די בעסערע לופטפעלדער זענען בעסער פאר ביזנעס רייזעס, וואס איז גוט פאר די עקאנאמיע אין גאנצן ארום, וואס איז גוט פאר האוזינג פרייזן און קאנסטראקשאן פראיעקטן.

וועסטשעסטער קאונטי, ווי באריכטעט דא אפט אין "דער בית," ווערט געזען פון א ריעל עסטעיט פערספעקטיוו אלס די דורכגאנג צווישן ניו יארק סיטי און די האדסאן וועלי ראיאן. צוביסלעך ווערן דארט געפלאנט הויכע רעזידענשאל פראיעקטן און גרויסע קאמערשאל געביידעס, זייענדיג, ווי צפון ניו דזשערסי, גענוג נאנט צו די סיטי פאר ביזנעס אבער גענוג ווייט דערפון צו קענען האבן גוטע קוואליטי הייזער מיט הרחבת הדעת.

יעצט איז דער קאונטי עקזעקיוטיוו געגאנגען ערנסט מיט די סטראטעגיע מער פאראויס, אהערצושטעלן די קאונטי לופטפעלד אלס אלטערנאטיווע צו די גרויסע ניו יארקער לופטפעלדער. דאס אליינס וועט העלפן הייבן די ארטיגע ביזנעס און האוזינג מארקעט, דורך שפארן די קאפ-וויי און טראפיק פון דורכגיין די סיטי טראפיק ביז קענעדי, לאגווארדיע אדער נוארק.

בילד: וועסטשעסטער קאונטי אנערקענט ריעל עסטעיט און ביזנעס וויכטיגקייט פון לאקאלע עירפארט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל