דרום אפריקע – די דרום אפריקאנער רעגירונג האט ארויסגעגעבן א רוף פאר אלע קראקאדילן עקספערטן אין דער וועלט, איר צו קומען העלפן פארכאפן די טויזנטער קראקאדילן וועלכע זענען אנטלאפן פון עטליכע קראקאדילן פארמס. עס האט פאסירט צוליב די שווערע רעגנס און פארפלייצונגען, וואס האבן געצוואונגען עטליכע פון די קראקאדילן פארמס צו עפענען די צוימען, וואס טיילן אפ זייערע טייכן פון די אלגעמיינע גרויסע טייכן, כדי ארויסצולאזן דאס אנגעזאמלטע וואסער, אבער דאס האט ערמעגליכט טויזנטער קראקאדילן צו אנטלויפן און פארשוואונדן ווערן אין די זומפן. די רעגירונג האט נישט באשולדיגט די קראקאדילן פארמער, זאגנדיג אז זי האבן געמוזט טאן די שריט צוליב דעם געפאר פון מאסיווע פארפלייצונגען. ס'איז נישט קלאר געווען וויפיל קראקאדילן זענען אנטלאפן, אבער עס רעדט זיך אין די טויזנטער, לויט איין שאצונג איז דאס ביי 15,000 קראקאדילן.

בילד: קראקאדילן אינוואדירן דרום אפריקאנער שטעט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל