וואשינגטאן – שטייענדיג אנהייב ווינטער, ווען מען ערווארט יעדן ליאדן טאג א מעגליכן שניי שטורעם, האבן עקספערטן געווארנט צו זיין אויף דער וואך ביים שארן די שניי זיך נישט איבערצושטרענגען פלוצים, ווייל עס קען ברענגען א הארץ אטאקע. א 11' שטודיע האט געוויזן אז שארן שניי העכערן די ריזיקע פון ליידן א הארץ אטאקע. אט איז עטליכע עצות: טוט נישט די ארבעט אויפאיינמאל, לייגט אראפ זאלץ כדי די שניי זאל זיך נישט צוקלעבן צום סיידוואק אדער דרייוועי, און שארט די שניי צוביסליך נאכדעם וואס עס פאלט עטליכע אינטשעס, ווי איידער ווארטן ביז דער שניי-פאלן איז שוין פארטיג און איר האט א גאנצן פוס פון שווערע שניי אפצושארן; טוט אן עטליכע שיכטן קליידונג, וואס לאזן ארויס די פארע און שווייס, כדי אויב איר ווערט הייס זאלט איר קענען אויסטאן איין שיכטע און נאך אלץ זיין ווארעם; רוט אייך אפ אינצווישן און שטרעקט אויס די מוסקלען; שטופט די שניי ווי איידער עס אויפהויבן און אוועקשליידערן; גיט אכטונג נישט אריינצוטרעטן אינעם שאסיי אין ריכטונג פונעם טראפיק. טיילמאל ווערט מען אזוי פארטיפט אינעם שניי-שארן, אז מען באמערקט נישט אז מען איז אויפ'ן שאסיי און מען שטעלט זיך איין דאס לעבן.

בילד: פארמיידן הארץ-אטאקעס ביים שניי-שארן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל