פראנקרייך – ארכעאלאגן זאגן אז זיי האבן מעגליך געפונען אן אור-אלטע מקוה אין א קליינער שטאט נעבן דער פראנצויזישער שטאט מארסיי. די מקוה איז שוין אפירגעגראבן געווארן אין דער שטאט סאן פאול טרוי שאטו (Saint-Paul-Trois-Châteaux) מיט צוואנציג יאר צוריק, אבער אין לויף פון די אלע יארן האט מען געמיינט אז ס'איז סתם אן אלטער קעלער, זאגן יעצט די ארכעאלאגן, אז זיי זענען געקומען צום אויספיר, אז ס'איז מעגליך די איבערבלייבענישן פון א מקוה. לויט די ארכעאלאגן האט די שטאט, וועלכע איז ניינציג מייל ווייט פון מארסיי, געהאט א גאר גרויסע אידישע געמיינדע אינעם דרייצנטן יאר-הונדערט און די מקוה איז מעגליך באנוצט געווארן דעמאלט דורך די אידישע איינוואוינער. די טיפקייט פון דער גרויסער וואנע אינעם קעלער, און דער פאקט אז ס'איז געפונען געווארן אין הארץ וואו ס'פלעגט עקזיסטירן דער אידישער קווארטאל אין שטאט, ברענגט די עקספערטן צו קלערן אז דאס איז געווען א מקוה.

בילד: היסטארישע מקוה נעבן מארסיי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל