וואשינגטאן – אן אינטערעסאנטע סענזאציע איז נעכטן אנטשטאנען, ווען א דעמאקראטישער סענאטאר איז ארויסגעקומען דערציילן אז גערי קאהן, טראמפ'ס העכסטער עקאנאמישער ראטגעבער, האט געזוכט אראפצוהאקן דעם טעלעפאן ווען טראמפ האט אים אריינגערופן, און ער האט זיך געמאכט ווי זיין סעלפאון כאפט זיך נישט, צו קענען האבן אן אויסרייד אראפצוהאקן.

דער דעמאקראטישער דעלאוועיר סענאטאר, טאם קארפער, זאגט אז ער איז געווען אויף א טעלעפאן קאנפערענץ זיצונג מיט קאהן, אינאיינעם מיט אנדערע ווייסע הויז באאמטע און נאך סענאטארן. פלוצלינג האט טראמפ אריינגערופן קאהן אויפ'ן סעלפאון, און טראמפ האט נישט אויפגעהערט רעדן, שטערנדיג דעם טעלעפאן קאנפערענץ. סענאטאר קארפער האט דאן גע'עצה'ט פאר קאהן אז ער זאל זאגן פאר טראמפ, "מיסטער פרעזידענט, דו ביסט מעכטיג, אבער די קאנעקשאן איז נישט גוט, איך מיין אז ס'גייט זיך אפהאקן, סאו ביי", און סענאטאר קארפער זאגט אז קאהן האט טאקע אזוי געטאן. דאס ווייסע הויז האט אבער נעכטן געלייקנט די גאנצע זאך.

בילד: האט גערי קאהן אראפגעהאקט אויף טראמפ?


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל