וואשינגטאן – דער סופרים קאורט האט נעכטן דערלאנגט א נידערלאגע פאר די "גאן רעכטן" גרופעס, אריינגערעכנט די מאכטפולע גאן לאבי "ען-אר-עי", ווען די ריכטער האבן אנטזאגט אויסצוהערן א קלאגע קעגן אן עקזיסטירנדן פארבאט קעגן מיליטערישע סארט רעוואלווערס אין מערילאנד. די סטעיט מערילאנד האט אין יאר 13' באשטעטיגט א פארבאט אויף מיליטערישע סארט רעוואלווערס, וואס יענער פארבאט איז געקומען אין רעאקציע צו די ברוטאלע מאסן שיסעריי אויף דער "סענדי הוק" עלעמענטערי שולע אין קאנעטיקוט. א גרופע אנקלעגער האבן זיך צוזאמגענומען און געקלאגט דעם מערילאנד גאווערנאר אין פעדעראלע סירקוט געריכט אין יאר 13', אבער דער געריכט האט געאורטיילט אז דער רעוואלווער פארבאט קען בלייבן אין קראפט. דער קעיס האט זיך ווייטער געצויגן, ביז ס'איז אנגעקומען צום סופרים קאורט, וואו די ריכטער האבן נעכטן געזאגט אז זיי וועלן נישט אננעמען דעם קעיס, וואס באדייט אז דער אורטייל פונעם נידריגערן געריכט בלייבט אין אפעקט, אז דער פארבאט אין מערילאנד בלייבט אין קראפט.

בילד: קלאפ פאר גאן-רעכטן אין סופרים קאורט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל