ניו יארק – דער "בלעק פריידעי" איינקויף טאג אין אמעריקע איז אריבער מיט גרויס סוקסעס פאר אמעריקאנער ריטעיל געשעפטן. פילע ריטעיל געשעפטן וועלכע פלעגן זיין איבערגעפילט יעדעס יאר אין דעם טאג, זענען געשטאנען ממש ליידיג, אבער דאס האט נישט באזארגט די געשעפטן אייגנטימער, ווייל קאסטומערס האבן נאך אלץ אויסגענוצט דעם טאג אויף איינצוקויפן ביי די געשעפטן, נאר אנשטאט אראפצוקומען פערזענליך האבן זיי איינגעקויפט אנליין. א שאצונג פון די "אדאובי אנאליטיקס", וועלכע האלט חשבון אויף אנליין פארקויפונגען, זאגט אז אמעריקאנער ריטעיל געשעפטן האבן דורכגעפירט רעקארד סעילס היי יאר "בלעק פריידעי", און אלעס אינאיינעם האבן די געשעפטן אריינבאקומען 7.9 ביליאן דאלאר בלויז אין אנליין פארקויפונגען, וואס איז 17.9 פראצענט מער ווי פאראיאר. באזונדער זאגט "אדאובי אנאליטיקס" אז שאצונגען דערווארטן אז אין דעם "סייבער מאנדעי" איינקויף-טאג, וואס וועט פארקומען מארגן מאנטאג, וועלן זיין סעילס פון 6.6 ביליאן דאלאר. די אלע ציפערן זענען אויסער די דערווארטעטע הויכע ציפערן פון וויפיל מענטשן האבן געשפענדעט אין די פאקטישע פיזישע ריטעיל געשעפטן.

בילד: גרויסע "בלעק פריידעי" איינקויף ציפערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל