ניו יארק סיטי - די טראמפ אדמיניסטראציע האט געמאלדן אז זי וועט דעפארטירן א געוועזענער נאצי וועלכער וואוינט שוין יארן שטילערהייט אין קווינס. דזשאקיוו פאלידזש איז געווען א נאצי וועכטער אינעם דייטשן קאנצענטראציע לאגער טראווניקי אין פוילן, אבער ער האט באוויזן אנצוקומען קיין אמעריקע, וואו ער האט זיך באזעצט אין קווינס. אין יאר 05׳ האט א געריכט ארויסגעגעבן א פארארדענונג אז ער זאל דעפארטירט ווערן, אבער דער אורטייל איז קיינמאל נישט געהעריג אויסגעפירט געווארן. יעצט זאגט די טראמפ אדמיניסטראציע אז זיי וועלן דעפארטירן פאלידזש קיין אוקראינע, דייטשלאנד אדער פוילן.

בילד: קווינסער נאצי וועט ענדליך דעפארטירט ווערן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל