וואשינגטאן – נעכטן האט זיך ארויסגעשיילט א הויפט מיינונגס פארשידנהייט צווישן די רעפובליקאנער אינעם סענאט און די רעפובליקאנער אין קאנגרעס, איבער שטייער רעפארם. די ווערסיע וואס קאנגרעס האט ארויסגעגעבן, מיט כמעט 2 וואכן צוריק, זאגט אז עס וועט מער נישט זיין קיין סטעיט און לאקאלע "אינקאם טעקס דידאקשען", וואס באדייט ווי פאלגענד: ביז היינט האט עס געארבעט אז ווען עמיצער האט געצאלט שטייער, וואס מ'דארף צאלן סיי לאקאלע און סטעיט שטייערן, און סיי פעדעראלע שטייערן, האט ער געקענט זאגן פאר דער פעדעראלער רעגירונג אז ער האט שוין געצאלט לאקאלע און סטעיט שטייערן, זאל מען אים דעריבער נאכלאזן אביסל פון די פעדעראלע שטייערן, לויט וויפיל געלט ער האט אריינגעצאלט פאר די סטעיט און לאקאלע שטייערן. אט דאס וועט אפגעשאפן ווערן, וואס וועט שאדן מאכן פאר מענטשן וואס צאלן אסאך סטעיט און לאקאלע שטייערן. למעשה טוט דער קאנגרעס פלאן יא לאזן אין אפעקט די סטעיט און לאקאלע "פראפערטי און סעילס טעקס דידאקשען", אבער די ווערסיע פונעם סענאט טוט עלימינירן דאס אויך.

בילד: מיינונגס פארשידנהייטן איבער שטייער רעפארם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל