מאסקווע – א הויכראנגיקער רוסישער רעגירונג באאמטער האט אנגעדרייט א שטורעם, ווען ער האט איבערגעזאגט א לעכערליכן בלבול אז אידן האבן דערמארדעט דעם סאמע לעצטן רוסישן צאר, אלס טייל פון א אידישן מנהג. די ווערטער זענען געקומען פון מארינא מאלאדסאווא, אן אויספארשער פאר דעם יוסטיץ מיניסטעריום, וועלכער האט געזאגט - ווי נעכטן באריכטעט - אז ער וועט עפענען אן אויספארשונג צו דערגיין צי צאר ניקאליי דער צווייטער, וועלכער איז אומגעברענגט געווארן אינאיינעם מיט זיין פאמיליע אין יאר 1918 אלס טייל פון דער באלשעוויסטישער רעוואלוציע, איז טאקע אומגעברענגט געווארן דורך אידן – אן אלטע אנטיסעמיטישע קאנספיראציע וואס האט נישט קיין שום באזיס אין רעאליטעט. די ווערטער פון מאלאדסאווא האט געברענגט שארפע פארדאמונג פון דער אידישער געמיינדע אין רוסלאנד, אריינגערעכנט פון ר' ברוך גארין הי"ו, א ווארטזאגער פאר הרב בערל לאזאר, וואס האט אין א סטעיטמענט געזאגט אז רוסישע אידן זענען שאקירט פון די פרישע באשולדיגונגען קעגן אידן.

בילד: די צאר ניקאליי דער צווייטער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל