סידני – אין אויסטראליע עקזיסטירט א שיינע חסידישע קהילה אין מעלבוירן און אין אנדערע שטעט, וואו זיי לעבן רואיג און צופרידן, אונטער'ן שוץ פון דער רעגירונג, אבער א מאדנער שטורעם איז אנטשטאנען נעכטן, ווען עס זענען פובליצירט געווארן קאמענטארן וואס דער אידישער פיגור ר' שמואל פעלדמאן האט געמאכט אין א שמועס מיט'ן "ניו יארק טיימס", זאגנדיג אז ער שפירט זיך נישט פארזיכערט אין זיין לאנד. זיינע קאמענטארן זענען געווען אין רעאקציע צו א באריכט וועלכע האט געצייגט אז אין די לעצטע יאר צייט איז געווען מיט 9 פראצענט מער אנטיסעמיטישע אינצידענטן אין אויסטראליע ווי א יאר פריער, אבער ער איז ארויסגעקומען מיט א פרישן סטעיטמענט, זאגנדיג אז ער האט קיינמאל נישט געזאגט די ווערטער פאר'ן ניו יארק טיימס אז ער שפירט זיך נישט זיכער צו וואוינען אין אויסטראליע. ר' שמואל דערציילט אז ער און זיין פאמיליע, וועלכע וואוינען אין דער שטאט קאנבערא, זעען צו גאר א סאך אנטיסעמיטיזם, אריינגערעכנט פארלאפענעם סוכות ווען עטליכע פארשוינען אין א קאר האבן זיך געשטעלט פארנט פון זייער סוכה און געשריגן אנטיסעמיטישע לאזונגען, שטערנדיג די יום-טוב'דיגע רואיגקייט – אבער ר' שמואל זאגט אז ער שפירט זיך זייער רואיג און ער איז גאר דאנקבאר פאר דער אויסטראליער רעגירונג.

בילד: דער אידישער פיגור, ר' שמואל פעלדמאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל