ניו יארק – דער ניו יארק סיטי קאמפטראלער סקאט סטרינגער האט נעכטן פובליצירט א באריכט, אין וועלכע ער שרייבט אז אין די לעצטע צען יאר איז דער ניו יארק סיטי באס סיסטעם געווארן אזוי אפגעשוואכט און פארנאכלעסיגט, פארלירנדיג א סך הכל פון הונדערט מיליאן פאסאזשיר-רייזעס זינט 2008.

סטרינגער שרייבט אז א הויפט סיבה פארוואס דער סיטי באס סיסטעם האט פארלוירן אזויפיל קאסטומערס, איז צוליב וואס די סקעדזשועלס זענען נישט גוט אויסגעארבעט, און אויך די רוטס וויאזוי און וואו די באסעס פארן, זענען זייער שוואך-פלאנירט, ברענגענדיג אז די באסעס זאלן זיין די לאנגזאמסטע פון סיי וועלכע אנדערע גרויסע סיטי אין די פאראייניגטע שטאטן. דער באריכט דעטאליזירט אז דער סיטי באס סיסטעם סערווירט ארום צוויי מיליאן פאסאזשירן טעגליך, מיט 5,700 באסעס און 330 רוטס, און סטרינגער רעקאמענדירט אז די "עם-טי-עי" און די "ניו יארק סיטי טראנזיט באס" זאלן זיך וואס שנעלער צוזאמזעצן איבערצוארבעטן דעם רוט סיסטעם און די סקעדזשועלס.

בילד: קאמפטראלער רייסט אראפ באס סיסטעם

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל