פארטא ריקא – ווידער איז אויפגעדעקט געווארן אז א קאנטראקט וואס די פעדעראלע רעגירונג האט געשלאסן מיט א פירמע, צו העלפן מיט די פארריכטונגען פון די האריקעין-חרוב'ע פארטא ריקא, איז גאר פראבלעמאטיש. די אויפדעקונג צייגט אז די פלארידע-באזירטע "בראנז סטאר" פירמע האט באקומען א דרייסיג מיליאן דאלארדיגן קאנטראקט פון דער פעדעראלער רעגירונג, צוצושטעלן ספעציעלע שלאקן און פלאסטיק דעקעס אז איינוואוינער זאלן עס קענען אויסשפרייטן אויף זייערע דעכער, אז רעגן און אנדערע שווערע וועטערס זאלן נישט שעדיגן זייערע חפצים אין די הייזער, נאכדעם וואס דער האריקעין האט צעלעכערט זייערע דעכער. דער קאנטראקט מיט "בראנז סטאר" איז אייגנטליך געווען צעטיילט אין עטליכע קאנטראקטס, און טראץ וואס די פירמע האט פאקטיש נאכנישט געהאט באקומען קיין דאלאר פון די דרייסיג מיליאן דאלאר, איז עס אבער געווען א פראבלעם, ווייל אין דער צייט וואס די פעדעראלע רעגירונג איז געווען פארנומען צו האנדלען מיט דער פירמע, זענען אויפגעהאלטן געווארן אנדערע וויכטיגע פראיעקטן, ווייל מ'האט אוועקגעלייגט די 30 מיליאן צו געבן פאר "בראנז סטאר". די פירמע האט למעשה נישט געליפערט קיין איין איינציגן שלאק, און די רעגירונג האט ענדליך יעצט אין דעצעמבער בטל געמאכט די קאנטראקטס.

בילד: פארנאכלעסיגטע פארטא ריקא קאנטראקט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל