אין די זעלבע צייט וואס קאנגרעס וועט ווי עס שיינט באווייזן צו זיך ריקן פאראויס מיט די שטייער שניטן, איז אבער נעכטן געבראכן געווארן די פאראייניגונג צווישן סענאט רעפובליקאנער ארום שטייער רעפארם נאכדעם וואס איין קאנסערוואטיווער סענאטאר האט געזאגט אז ער וועט נישט שטימען דערפאר, און נאך א מעסיגער רעפובליקאנער האט אויסגעדריקט צווייפל אויב ער איז גרייט עס צו שטיצן. און צוליב די שמאלע מערהייט וואס די רעפובליקאנער האבן קענען זיי זיך נישט ערלויבן צו פארלירן אפילו איין שטימע.

סענאטאר ראן דשאנסאן פון וויסקאנסען, א קאנסערוואטיווער רעפובליקאנער, האט געזאגט אז ער שטעלט זיך קעגן דעם פלאן, און וועט שטימען דערקעגן, וויבאלד עס טוט בענעפיטירן קארפאראציעס אויפ׳ן חשבון פון אנדערע, און ספעציעל קליינע ביזנעסער וועלכע וועלן דארפן צאלן די זעלבע שטייערן ווי גרויסע קארפאראציעס. דער פרעזידענט האט זיך פארבינדען מיט אים און צוגעזאגט צו פארריכטן דעם ביל אז ער זאל זיין צופרידן.

אזוי אויך האט סענאטארשע סוזען קאלינס, א מעסיגע רעפובליקאנע פון מעין, געזאגט אז אין ליכט פון דעם וואס די רעפובליקאנער אין סענאט גרייטן זיך צו אריינלייגן אינעם ביל אן אמענדמענט וואס וועט אויפלעזן די ״אינדיווידועלע מאנדאט״ פון אבמא-קעיר ווייסט זי נישט אויב זי קען עס שטיצן, וויבאלד דאס באדייט אז אינשורענס פרייזן וועלן שטארק ארויפגיין. קאלינס איז געווען פון די סענאטארן וועלכע האט געשטימט מיט די דעמאקראטן אויף העלט קעיר.

בילד: רעפובליקאנער שטייער פלאן אין סענאט שטויסט זיך אן אין שוועריגקייטן 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל