פינלאנד - פאליציי אין פינלאנד האבן פארשריבן א געלט שטראף בילעט פאר׳ן ארטיגן סטעיט סעקרעטאר, איבער דעם וואס ער איז געפארן אין א קאר און זיך אויסבאהאלטן אינעם טראָנק...

דאס האט פאסירט פארלאפענעם זומער, ווען ס'זענען פארגעקומען פארטיי וואלן אין פינלאנד, און די פארטיי פונעם סטעיט סעקרעטאר סאמולי ווירטאנען (Samuli Virtanen) האט דערוועלט אן אנטי-אימיגראנטן אקטיוויסט אלס פירער. דאס האט געברענגט אז די פארטיי איז אריינגעפאלן אין קריזיס, און זייענדיג א טייל פון דער רעגירונג, וואלט באדייטעט אז די קאאליציע רעגירונג וואלט צעפאלן, אויב די פארטיי וואלט טאקע צעפאלן, וואס האט געפירט דערצו אז א גרופע פארטיי מיטגלידער זאלן זיך צוזאמזעצן אין גרויס געהיים און שטעלן נייע פארטיי פירער. ווירטאנען איז געווען פון די וועלכע האבן געפירט די געשפרעכן, און זיך וועלנדיג באהאלטן פון דער מידיא איבער די געשפרעכן, איז ער ארויסגעפארן פונעם פרעמיער מיניסטער׳ס אפיס געביידע גאראדזש זייענדיג באהאלטן אינעם טראנק פונעם קאר.

בילד: ווען דער מיניסטער באהאלט זיך אינעם ״טראָנק״...


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל