דער לאנג פארצויגענע פראצעס פונעם דעמאקראטישן סענאטאר באב מענענדעז פון ניו דשערזי האט זיך היינט געענדיגט מיט א מיסטרייעל, וואס הייסט אז ער ווערט נישט יעצט געאורטיילט אויף די 18 קארופציע קלאגעס וואס די פראקורארן האבן אריינגעגעבן קעגן אים, נאכדעם וואס די דשוריס האבן זיך נישט געקענט פאראייניגן אויב ער איז שולדיג.

מענענדעז איז אנגעקלאגט געווארן אין נעמען שוחד פון א רייכן אויגן דאקטאר, די קעיס גייט שוין צוריק צו 2013 ווען א געריכט אין פלארידע האט געאורטיילט אז מענעדעז האט זיך אפגעגעבן צו העלפן סאלמאן מעלגען אין זיינע ביזנעס פראבלעמען און האט געלייגט דרוק אויף די סטעיט דעפארטמענט צו לאביאירן ביי די רעגירונג אין דאמיניקען רעפובליק צו העלפן די ביזנעס פון סאלמען מיט שטייער פראבלעמען, און אזוי אויך אנדערע זאכן וואס ער האט געטון פאר מעלגען.

ער האט אין אויסטויש באקומען צענדליגע טויזנטער דאלער אין קאמפיין ביישטייערונגען, און אזוי אויך איז ער געפלויגן אין די פריוואטע דשעטס פון מעלגען, און געפארן אויף רייכע פארוויילונגען אין זיינע לוקסעריעזע רעזארט ערטער, זאכן וואס ווערט באטראכט אלס שוחד. אבער מענענדעז זאגט אז עס איז נישט קיין שוחד וויבאלד ער איז א נאנטער פריינט און די מתנות וואס ער האט באקומען איז נישט פארבינדען צו די לעגאלע הילף וואס ער האט געשאנקן.

א שטארקע ווענדפונקט אינעם קעיס איז געווען א אורטייל פונעם העכסטן געריכט וואס האט געטוישט די דעפעניציע פון שוחד, און געאורטיילט אז עס מוז זיין א באווייז אז די מתנות איז דירעקט פארבינדן צו די לעגאלע הילף וואס ער האט געשאנקן, דעריבער האט די דשורי זיך נישט געקענט פאראייניגן אויב דאס גייט אריין אין די קאטעגאריע. עס איז נישט קלאר אויב די יוסטיץ דעפארטמענט וועט פארלאנגן א פרישע פראצעס.

בילד: פראצעס פון ניו דשערזי סענאטאר באב מענענדעז געענדיגט מיט מיסטרייעל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל