טויזנטער ניו יארקער זענען נישט צופרידן פון דעם וואס דער ניו יארקער גאווערנער ענדרו קאומא האט געגעבן א נאמען פאר דעם נייעם טעפען זי בריק נאך זיין פאטער דעם געוועזענער גאווערנער מאריא קאומא, דערווייל האבן שוין איבער 41,000 ניו יארקער אונטערגעשריבן דעם פעטיציע וואס רופט פאר די רעגירונג צו צוריקטוישן דעם נאמען צו ״טעפען זי״. די ניי געעפנטע בריק וועלכע האט געקאסט 4 ביליאן דאלער לויפט איבער 3 מייל העכערן האדאסן ריווער און איז א צענטראלע בריק אין ניו יארק, און דער גאווערנער האט עס א נאמען געגעבן נאך זיין טאט׳ן.

די ארגאניזירער פון די פעטיציע זאגן אז זיי האבן גארנישט דערקעגן אז דעם נאמען פונעם געוועזענעם גאווערנער זאל פאראייביגט ווערן אויף א שטאטישע פראיעקט, איז עס אבער אומפאסיג אז דער גאווערנער זאל אוועקנעמען דעם נאמען ״טעפען זי״ וואס איז אן אנדעקט פאר די אינדיאנער ״טעפען״ שבט וועלכע זענען געווען די ארגינעלע אייוואוינער פון ניו יארק ווען די האלענדישע זידלער זענען צום ערשט געקומען קיין ניו יארק.

בילד: טויזנטער שרייבן אונטער פעטיציע צו צוריקטוישן נאמען פון ״קואמאו בריק״ צו ״טעפען זי״

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל