בוענאס איירעס – די ארגענטינער נעווי האט נעכטן ארויסגעגעבן גאר נייע דעטאלן איבער'ן פארשוואונדענעם סובמארין, וואס גיט א גענצליך ניי בילד איבער וואס עס האט פאסירט דערמיט. דער נעווי ווארטזאגער ענריקע באלבי האט דערציילט אז הארט בעפאר דער סובמארין איז פארשוואונדן געווארן מיט איינס און א האלב וואך צוריק, האט דער קאפיטאן פונעם סובמארין באריכטעט אז וואסער האט זיך אריינגעכאפט אינעווייניג, דורכ'ן ספעציעלן "סנארקעל" נאז, און דאס וואסער האט געברענגט אז די הויפט באטעריע פונעם סובמארין זאל קראכן. ווען די נעווי האט באקומען די באריכטן פונעם קאפיטאן, האבן זיי אים פארארדענט אויסצודרייען דעם סובמארין און צוריקקומען צו דער "מאר דעל פלאטא" באזע. זיי האבן פאר אומערקלערטע סיבות געמוזט פארן אונטער'ן וואסער ביים צוריקקומען צו דער באזע, און מינוטן נאך דער פארארדענונג איז דער סובמארין פארשוואונדן געווארן פון די ראדארן. אין יענע מינוטן האט זיך געהערט דער אונטערוואסער אויפרייס, וואס אמעריקאנער נעווי טעכנאלאגיע האט שפעטער געזאגט אז זיי האבן אויפגעכאפט. די פרישע אינפארמאציע האט נעכטן געברענגט פילע עקספערטן צום אויספיר אז דער סובמארין האט אויפגעריסן און ס'איז נישטא מער קיין האפענונג עס צו געפינען אדער צו טרעפן די 44 מאטראזן דערויף לעבעדיג.

בילד: לעצטע מינוטן אויף ארגענטינער סובמארין

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל