די אמעריקאנער פאראיין פון אידישע טשאפלעינס אין די מיליטער האט געמאלדן אז קומענדיגע וואך וועט פארקומען אן הכנסת ספר תורה אין וועלכע עס ווערט ווערן אריינגעגעבן א ספר תורה אויף די נייעסטע אמעריקאנער עיר-קרעפט קעריער די ״דשעראלד פארד״ שיף. די ספר תורה ווערט אריינגעגבן אין אנדענק פון דעם אידישן מיליטערישע העלד יעקב קאמארעס וועלכער האט געדינט אין די עיר פארס ביים צווייטן וועלט קריג, און וועט אויך אפצייכענען הונדערט יאר פון ווען עס איז געגרינדעט געווארן די פאראיין פון אידישע טשאפלעינס אין די אמעריקאנער מיליטער. די נייעס עיר-קרעפט קעריער איז די מערסט פארגעשריטענע אין די וועלט און עס האלט ארום 75 פליגערס און טויזנטער זעלנער, צווישן זיי פילע צענדליגע אידן וועלכע וועלן זיך באנוצן מיט די ספר תורה.

בילד: הכנסת ספר תורה אויף אמעריקאנער עירקרעפט קעריער

בילד: דער אידישן מיליטערישע העלד יעקב קאמארעס (רעכטס)


גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל