רוסלאנד – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן געמאלדן אז דער סירישער דיקטאטור, באשאר אסאד, איז ספעציעל געקומען צו פארן קיין רוסלאנד, פאר א זיצונג מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין. די זיצונג קומט אין א צייט וואס דאס רוסישע מיליטער הייבט אן דעם פראצעדור פון פארלאזן סיריע, נאכ'ן ארויסהעלפן דעם אסאד רעזשים פאר די לעצטע צוויי יאר צו באקעמפן אייסיס און קעמפן קעגן די רעבעלן, און אסאד איז זיך געקומען באדאנקען פאר רוסלאנד'ס הילף. געציילטע שעה נאך דער זיצונג מיט אסאד, האט פוטין טעלעפאנירט דעם אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ, און ביים געשפרעך זענען דיסקוסירט געווארן עטליכע וויכטיגע אישוס אויף דער אגענדע, הויפטזעכטליך סיריע, און אויך דער צושטאנד אין אוקראַינע און צפון קארעא.

בילד: פוטין טרעפט זיך מיט באשאר אסאד


קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל