דרום קארעא – זעלנער פון דעם קאמוניסטישן צפון קארעא רעזשים האבן געשאסן און פארוואונדעט א קאלעגע זעלנער, וועלכער איז אריבערגעלאפן די גרעניץ קיין דרום קארעא, וועלנדיג דעפעקטירן צו דרום קארעא און צו דער מערב וועלט. דער צפון קארעא זעלנער איז אוועקגעשפרונגען פון זיין וואך פאזיציע אין דער "דעמיליטעריזירטער זאנע" וואס טיילט אפ די צוויי לענדער, און עס האט נישט געדויערט קיין צוויי סעקונדעס און די צפון קארעא זעלנער האבן אויף יענעם אנגעהויבן שיסן. ער איז פארוואונדעט געווארן, אבער ער האט באוויזן אריבערצולויפן ביז דרום קארעא טעריטאריע, וואו די ארטיגע באאמטע האבן אים אפגעפירט אין א שפיטאל פאר באהאנדלונג. עס איז נישט קיין אפטע ערשיינונג אז א זעלנער ביי דער האקעלער גרעניץ זאנע פרובירט צו דעפעקטירן, אבער בלויז געציילטע זעלנער האבן סוקסעספול דעפעקטירט ביי יענער זאנע זינט דער ענדע פון דער קארעאר קריג אין די 950'ער יארן. צווישן דער ציווילער באפעלקערונג, זענען שוין געווען העכער דרייסיג טויזנט דעפעקציעס פון צפון צו דרום זינט די 950'ער יארן.

זעה ווידיא

בילד: צפון קארעא זעלנער געשאסן און דעפעקטירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל