סאוט קאראליינע – א ווייסער געוועזענער פאליציי אפיציר אין סאוט קאראליינע, וועלכער האט אומגעברענגט אן אומשולדיגן שווארצן מיט צוויי יאר צוריק, וועט פאראורטיילט ווערן אין דעצעמבער 4, און עס ווארט אים א שווערן טורמע אורטייל. דער געוועזענער פאליציי אפיציר איז מייקל סלעיגער, וועלכער האט אין מאי זיך דערקלערט שולדיג פאר'ן שיסן דעם שווארצן וואלטער סקאט אין רוקן און פארלעצן זיינע סיוויל רייטס, וויבאלד וואלטער סקאט איז געווען אומשעדליך בשעת סלעיגער האט אים געשאסן. די שיסעריי פון וואלטער סקאט האט געברענגט אן איבערקערעניש איבער'ן לאנד, ווייל מ'האט קלאר געזען ווען די ווידעא איז פארשפרייט געווארן, וויאזוי סקאט איז אנטלאפן פונעם פאליציאנט, און סלעיגער איז אים נאכגעלאפן און דערשאסן אן קיין שום סיבה. שבת האט דאס געריכט באשטימט אז דעצעמבער 4 וועט ער פאראורטיילט ווערן, און ער שטייט אויס צווישן זערא טורמע, ביז א מעגליכקייט פון לעבנסלענגליכע טורמע.

בילד: אורטייל דאטום אויף מייקל סלעיגער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל