וואשינגטאן – עטליכע אמעריקאנער נייעס אגענטורן האבן נעכטן באריכטעט, אז דזשעראד קושנער, פרעזידענט טראמפ'ס אידישער איידעם און ראטגעבער, האט באהאלטן פארשידענע דאקומענטן און קאפיעס פון אימעילס, ווען דער סענאט האט געהאט געבעטן פון אים די דאקומענטן. קושנער איז צווישן די טראמפ פיגורן וועלכע ווערן אויסגעפארשט דורכן סענאט און דורכ'ן ספעציעלן פראקוראר ראבערט מוללער, איבער מעגליכע קאארדינאציע מיט די רוסן צו באאיינפלוסן די וואלן, און די צוויי פירער פונעם סענאט יורידישע קאמיטע האבן נעכטן געשריבן א בריוו צו קושנער, אין וועלכע זיי ברענגען ארויס אז ווען זיי האבן אים געבעטן דאקומענטן, האט ער טאקע געגעבן, אבער זיי זענען דערגאנגען אז געוויסע אימעילס האט ער פארפעלט איבערצוגעבן, און די אימעילס רעדן זיך איבער געהיימע געשפרעכן מיט די רוסן און איבער וויקיליעקס, וועלכע האט פובליצירט די געהעקעטע אימעילס פון פרוי קלינטאן און די דעמאקראטישע פארטיי הויפטקווארטירן.

בילד: קושנער האט באהאלטן דאקומענטן איבער רוסלאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל