וואשינגטאן – דער געוועזענער טראמפ אדמיניסטראציע באאמטער און באקאנטער ביליאנער, קארל אייקהאן, האט באקומען א סובפינע פונעם פעדעראלן יוסטיץ דעפארטמענט, אים צו צווינגען איבערצוגעבן דאקומענטן און אנדערע באווייזן איבער די פאר מאנאטן וואס ער האט געדינט אלס עקאנאמישער ראטגעבער פאר טראמפ. אייקהאן איז אן אינוועסטירער אין פילע אויל פעלדער און ברענשטאף איינריכטונגען, און גלייך ווען טראמפ האט אים גענומען אלס אומבאצאלטער ראטגעבער אין ווייסן הויז, איז אנטשטאנען א זארג ביי עטיקס עקספערטן אז ער וועט באאיינפלוסן דעם פרעזידענט צו רעדוצירן שטרענגע רעגולאציעס קעגן דער אינדוסטריע. אייקהאן האט טאקע געטאן פארשידענע שריט אין ווייסן הויז, אויפ'ן געביט פון אויל און ברענשטאף, ביז ער האט רעזיגנירט אין אוגוסט, און אצינד פארשן די פעדעראלע פראקורארן, צי ער איז מעגליך באגאנגען עפעס קרימינאלע שריט, דורכ'ן נוצן זיין הויכע ווייסע הויז פאזיציע אויף רייך צו מאכן זיין ביזנעס.

בילד: געוועזענער טראמפ ראטגעבער אייקהאן געפארשט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל