ניו יארק – עס איז שווער פאר אינוועסטירער און סטאק מארקעט עקספערטן זיך אויסצו'משל'ען וויאזוי דער "דאו דזשאונס" סטאק מארקעט אינדעקס וועט אויסזען אן דעם וואס די ריזיגע און איינפלוסרייכע "דזשענעראל עלעקטעריק" פירמע זאל זיין א טייל פונעם אינדעקס, אבער דאס האלט נענטער ווי ווייטער צו רעאליטעט. דזשי-אי איז אצינד די איינציגסטע פירמע וואס איז אן אריגינעלע מיטגליד פונעם דאו דזשאונס, דאס הייסט אז פון אלע דרייסיג פירמעס וואס זענען יעצט אנגעשלאסן אין דעם אינדעקס, איז דזשי-אי די איינציגסטע וועלכע איז געווען א מיטגליד פון דער ערשטע מינוט וואס דער אינדעקס האט זיך געגרינדעט אין יאר 896'. אבער דזשי-אי האט זיך לעצטנס אנגעשטויסן אין שווערע פינאנציעלע פראבלעמען, אריינגערעכנט אז איר ווערד איז געפאלן צו אונטער 20 דאלאר א שעיר פארגאנגענע וואך, און אויך דערווארט מען אז דער נייער הויפט עקזעקוטיוו פון דזשי-אי וועט איינצוימען די פירמע'ס אפעראציעס – און די אנטוויקלונגען ברענגען אויף די מעגליכקייט אז די דאו-דזשאונס פירערשאפט וועט זוכן פטור צו ווערן פון דזשי-אי.

בילד: וועט זיך "דזשי-אי" ארויסציען פון "דאו דזשאונס"?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל