סעאל – דער קאמוניסטישער רעזשים אין צפון קארעא, האט נעכטן דורכגעפירט א פרישן מיסיל טעסט, וואס איז געקומען נאך צען וואכן פון שטילקייט און נאכדעם וואס אין די לעצטע טעג האבן אמעריקאנער שפיאנאזש און מיליטערישע באאמטע געזאגט אז עס זענען דא צייכענעס אז צפון קארעא גרייט זיך פאר א פרישן מיסיל טעסט.

לויט א סטעיטמענט פונעם אמעריקאנער פארטיידיגונגס סעקרעטאר, דזשעימס מעטיס, איז דער ארויסגעשאסענער מיסיל געפלויגן פיל העכער ווי סיי וועלכע אנדערע מיסיל וואס צפון קארעא האט ביז היינט ארויסגעשאסן, און מעטיס האט געזאגט אז דרום קארעא האט ארויסגעשאסן עטליכע מיסילס אין וואסער, כדי צו שיקן א מעסעדזש פאר צפון קארעא, אז זיי קענען אטאקירט ווערן יעדע ליאדע מינוט.

ווי אמעריקאנער מיליטערישע אנאליסטן זאגן, איז דער מיסיל געווען אן "אינטערקאנטינענטאל באליסטישע מיסיל", וואס באדייט אז עס קען פליען אריבער קאנטינענטן, און סעקרעטאר מעטיס האט נעכטן געזאגט אז "די וועלט איז אין געפאר" פון צפון קארעא'ס מיסילס. שרייבנדיג די שורות דינסטאג נאכמיטאג, האט מען דערווארט אן עמורדזשענסי יו-ען זיצונג, צו דיסקוסירן א רעאקציע.

בילד: צפון קארעא דורכגעפירט  פרישן מיסיל טעסט; אמעריקע: וועלט אין געפאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל