וואשינגטאן — נעכטן האבן הויכראנגיקע רעפובליקאנער סענאטארן געזאגט, אז דער סענאט וועט ארבעטן צו אנולירן טיילן פון אבאמאקעיר, אלס טייל פון דער אנגייענדיגער ארבעט פונעם סענאט דורכצופירן א מאסיוון שטייער רעפארם ביל. ביז יעצט זענען די רעפובליקאנער אין סענאט און אין קאנגרעס דורכגעפאלן מיט א סעריע פרואוון אפצושאפן אבאמאקעיר, און האבן אפילו נישט געקענט טרעפן גענוג שטיצע אינערהאלב זייערע אייגענע רייען דערפאר, אבער יעצט זאגן די רעפובליקאנער אז זיי וועלן ספעציפיש נאר בטל מאכן איין טייל פון אבאמאקעיר, און דאס איז דער "מאנדאט" וואס פארלאנגט אז יעדער בירגער מוז האבן העלט אינשורענס אדער אויסשטיין א שטייער שטראף – וואס דער מאנדאט איז שטארק אומפאפולער ביי א גרויסע פראצענט פונעם פאלק. דער פאקט אז די רעפובליקאנער וועלן מיטלייגן די מאנדאט-אנולירונג מיט'ן שטייער רעפארם ביל, טוט כמעט ווי פארזיכערן אז זיי וועלן נישט האבן קיין איין דעמאקראטישע שטימע פאר שטייער רעפארם.

בילד: אבאמאקעיר אנולירונג צוריק אויפ'ן טיש

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל