די פאפולערע וואטסעפ מעסעדשינג אפליקאציע וועלכע געהערט פאר ״פעיסבוק״ איז היינט אויסגעשטאנען ערנסטע פראבלעמען ווען פאר נאנט צו א שטונדע האט די אפליקאציע נישט פונקציאנירט, די פראבלעם איז באריכטעט געווארן איבער די גאנצע וועלט, עס האט זיך אנגעהויבן ארום 1:38 אמעריקאנער צייט און האט אנגעהאלטן פאר ארום 50 מינוט ביז 2:10 ווען די סערוויס איז טיילווייז פארראכטן געווארן אבער איז נאך אלס אויסגעשטאנען פראבלעמן פאר די קומענדיגע שטונדע, די פירמע האט זיך אנטשולדיגט און געזאגט אז טייל פון אירע סערווערס זענען אויסגעשטאנען פראבלעמען.

בילד: פאפולערע ״וואטסעפ״ מעסעדשינג פלאטפארמע שטייט אויס פראבלעמען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל