וואשינגטאן – קען א סעלפאון פארשפרייטן די פלו? יא! זאגן עקספערטן, און ווארענען אז מענטשן זאלן זיין געווארנט נישט צו בארגן דעם סעלפאון פאר מענטשן וואס זענען אנגעשטעקט מיט די פלו, און נישט בארגן דעם סעלפאון פון עמיצן וואס ליידט פון די פלו. דער סעלפאון איז פון די מערסט-פארפעסטיגסטע געגענשטאנדן וואס מענטשן נוצן, מען באטאפט עס כסדר, מען האלט עס נאענט צום מויל, און מען בארגט עס איינער פונעם צווייטן. עקספערטן ראטן נישט אפצואוואשן דעם סעלפאון דורך נוצן אלקאהאל, אמאניע אדער דיטערדזשענטס, ווייל די שארפע כעמיקאלן קענען שעדיגן די מאשינקעס דורך אריינרינען אינערליך, אבער מ'ראט נישט צו בארגן דעם סעלפאון פון אנגעשטעקטע מענטשן, און כסדר אפוואשן די הענט נאכ'ן נוצן דעם סעלפאון.

בילד: קען א סעלפאון פארשפרייטן די פלו?

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל