פוילן – א פראפערטי אייגנטימער האט פארלאנגט פון די אויטאריטעטן אין א קליין שטעטל אין דרום פוילן, אז זיי זאלן אראפנעמען א געדענקמאל וועלכע איז אוועקגעשטעלט געווארן צו באעהרן זיבן אידן הי"ד וועלכע זענען דערמארדעט געווארן אויף דעם ארט ביים צווייטן וועלט קריג. די רעדע איז פונעם שטעטל קשאנוב, וואו עס האט עקזיסטירט א אידישע געמיינדע בעפאר'ן קריג, ביז די נאציס ימ"ש האבן אינוואדירט פוילן און די קשאנובער אידן זענען נישט אפגעשוינט געווארן.

א ספעציפישע געשיכטע האט פאסירט אין קשאנוב אין 1942, ווען א גרופע נאציס ימ"ש האבן געכאפט זיבן אידן וועלכע האבן געבאקן ברויט, וואס איז דאן געווען קעגן די נאצישע פארארדענונגען, און די זיבן אידן זענען אויפ'ן ארט אומגעברענגט געווארן. דער געדענקמאל איז אראפגעשטעלט געווארן מיט יארן צוריק, און יעצט האט דער נייער אייגנטימער פון די פראפערטי געזאגט, אז ער וויל די באאמטע זאלן אוועקנעמען דעם געדענקמאל, ווייל ער וויל דארטן אנהייבן קאנסטרוקציע. די קשאנובער טאון קאונסיל זאגט אז דער געדענקמאל וועט אוועקגעפירט ווערן, אבער זיי ווילן באשטעטיגן א געזעץ צו צווינגען סיי ווער עס וועט בויען אויף דעם ארט, אז ער זאל מוזן אוועקשטעלן מינימום א טאוועל אלס געדענקעניש צו וואס עס האט דארטן פאסירט.

די זיבן אידן: ישראל געשטעטנער, חיים געשטעטנער, שמשון געשטעטנער, ישעיה שפאנגעלעט, פייוויל וואהלמאן, ישראל פריטץ, און נאך א אומבאקאנטער איד פון עלקוש.

בילד: באפעל אראפצונעמען אידן געדענקמאל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל