וואשינגטאן – די אימיגראציע און קאסטומס ענפארסמענט אגענטור, האט אנגעהויבן צו לייגן דרוק אויף אמעריקאנער טעכנאלאגיע פירמעס, אז זיי זאלן מיט זיי קאאפערירן, ווען עס קומט צו האלטן קאנטראל אויף אימיגראציע. די באאמטע פון דער אגענטור, באקאנט אין קורצן אלס "אייס", האבן פאריגע וואך געמאלדן אז זיי ווילן אנטוויקלען א ספעציעלן קאמפיוטער סיסטעם וועלכע וועט האלטן אן אויג אויף אלע וועלכע קומען אריין פון אויסלאנד מיט א וויזא, וועלנדיג פארמיידן מענטשן פון פארבלייבן אין אמעריקע לענגער ווי זייער וויזא ערלויבט, און אויך צו פארזיכערן אז אזעלכע וואס זענען א פאטענציעלע געפאר, און זיי געפינען זיך אין לאנד מיט א וויזא, זאל מען קענען זען יעדע רגע וואס זיי טוען און וואו זיי זענען. אצינד הערט מען אז "אייס" האט פארלאנגט פון עטליכע גרויסע טעכנאלאגיע פירמעס, אז זיי זאלן מעגן האבן צוטריט צו האקעלע אינפארמאציע פון די סאציאלע מידיא נעצן, צו קענען זען אקטיוויטעטן און לאקאציעס פון וויזא באנוצער.

\בילד: אימיגראציע אגענטור וויל טעכנאלאגיע הילף\

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל