וואשינגטאן – אידישע זעלנער וועלכע זענען איינגעשריבן אין דער אמעריקאנער נעווי, און זענען טייל פון דער פלאטע אויף דער "יו עס עס דזשעראלד פארד" עירקרעפטן קעריער שיף, וועלן פון היינט און ווייטער האבן א ספר תורה מיט זיך אויף דער שיף, פאר די תפילות וקריאת התורה. די "אידישע טשאפלעינס קאונסיל" פון דעם אמעריקאנער מיליטער האט נעכטן אפגעהאלטן א ספעציעלע צערעמאניע, ביי וועלכע א נייע ספר תורה איז ארויפגעשטעלט געווארן אויף דער שיף, וועלכע געפינט זיך יעצט געאנקערט אין נארפאלק, ווירדזשיניע. די שיף פארט יעדע שטיק צייט ארויס אויף א לאנגע רייזע פון זעקס ביז אכט מאנאטן, און דעריבער האבן די אידישע טשאפלעינס איינגעזען די וויכטיגקייט פון אהערשטעלן א ספר תורה פאר די אידישע זעלנער אויף דער שיף. עס האט געקאסט 35 טויזנט דאלאר, און די אידישע קאמאראס פאמיליע האט עס באצאלט, לע"נ זייער זוהן יעקב קאמאראס, א אידישער וועטעראן פון דעם אמעריקאנער מיליטער ביים צווייטן וועלט קריג.

זעהט בילדער און ווידיא

בילד: עירקרעפט קעריער שיף קריגט ספר תורה

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל