עטליכע טעג נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געעפנט א טוויטער קריג קעגן די טיים מאגאזין פאר׳ן אים נישט וועלן קרוינען אלס ״מאן פונעם יאר״ קומט ארויס די נייעס אז די קאך ברודער וועלכע זענען בארימטע רעפובליקאנער-קאנסערוואטיווער מאגנאטן האבן געשלאסן א געשעפט און האבן אפגעקויפט דעם מאגאזין, אלס טייל פון א געשעפט אין ווערט פון 1.8 ביליאן דאלער אין וועלכע זיי האבן באקומען אייגענטומערשאפט אויף די ״טיים״ פירמע וועלכע פארפיגט אויף פארשידענע פאבליקאציעס און מאגאזינען, און צווישן זיי די טיים מאגאזין וואס פארמאגט א שטארקע רעפוטאציע אלס די מערסט פארשפרייטע מאגאזין אין אמעריקע.

די טיים פירמע וועט אצינד זיין אונטער די פירערשאפט פון די ״מערעדיט״ פירמע וועלכע פארפיגט שוין אויף פארשידענע מידיע קאנאלן, אינאיינעם מיט די יעצטיגע אפמאך וועט די פירמע פארפיגן אויף מידיע פירמעס וועלכע שטעלן צו נייעס און ליין מאטריאל פאר א געשאצטע 170 מיליאן אמעריקאנער. די קאך ברודער זענען צענטראלע שותפים אין די ״מערעדיט״ פירמע און האבן אריינגעלייגט א פערזענליכע 650 מיליאן דאלער אינעם געשעפט, אבער די פירמע זאגט אז די ברודער האבן נישט די מינדעסטע ווארט איבער די אינהאלט פון די פרעסע וועלכע זענען אונטער זייער פירערשאפט און זיי מישן זיך נישט אריין די רעדאקציע, א זאך וואס מען קען גלייבן אויב מען וויל שטארק.

בילד: רעפובליקאנער קאטש ברודער קויפן אפ די ״טיים״ מאגאזין

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל