וואשינגטאן – נעכטן האבן די רעפובליקאנער אינעם סענאט גענומען נאך א טריט אין ריכטונג פון א פולקאמען זיג דורכצופירן א היסטארישן שטייער רעפארם ביל. נאכדעם וואס די סענאט בודזשעט קאמיטע האט דינסטאג געשטימט צו שיקן דעם ביל צום גאנצן סענאט, האבן אלע 52 רעפובליקאנער סענאטארן געשטימט פאראייניגט אינעם הויפט סענאט זאל, אז מען זאל אפיציעל אנהייבן דעבאטירן דעם ביל, וואס דער אנהייב פון דער דעבאטע באדייט, אז דער ביל וועט אויפגעברענגט ווערן אין די קומענדיגע פאר טעג, מעגליך אפילו היינט, פאר אן ענדגילטיגע אפשטימונג. דער פאקט אז אלע 52 רעפובליקאנער האבן געשטימט פאראייניגט אויף דער פראצעדורעלער אפשטימונג פאראויסצורוקן דעם ביל, גיט שטארקע קאנפידענץ פאר'ן סענאט פירער מיטש מעקאנעל, אז די ביז יעצטיגע 2 רעפובליקאנער קעגנער, סענאטארן ראן דזשאנסאן און סטיוו דעינס, וועלכע עווענטועל שטימען פאר'ן ביל.

בילד: רעפובליקאנער נאענט צו שטייער רעפארם זיג

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל