א טעכנישע פראבלעם וואס האט זיך געמאכט מיט די מעכאנישע אינפרוסטרוקטור וואס שטעלט צו עלעטעריק צו די אפריקאנער לאנד טאנזאניע האט געברענגט א ספאנטאנע קורצשלוס וואס האט גענצליך אפגעהאקט דאס לאנד פון עלעקטעריציטעט, די קורצשלוס האט פאסירט היינט אינדערפרי און דערווייל זענען נאך מיליאנען אפגעהאקט פון עלעקטעריציטעט אויסער די דערפער וואס פארלאזן זיך אויף אייגענע גענעראטארן. די לאנד פארמאגט 50 מיליאן איינוואוינער און די קורצשלוס האט עפעקטירט די ארום 40% פון אירע איינוואוינער וואס געניסן פון עלעטעריציטעט.

בילד: פראבלעם מיט עלעקטעריק לאזט א גאנצע לאנד אין פינסטערניש

בילד: פראבלעם מיט עלעקטעריק לאזט א גאנצע לאנד אין פינסטערניש

בילד: פראבלעם מיט עלעקטעריק לאזט א גאנצע לאנד אין פינסטערניש

וואס איז טאנזאניע?
(גענומען פון וויקיפעדיע)

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע איז א פאלק אין צענטראלער מזרח אפריקע וואס גרענעצט קעניע און אוגאנדע צו צפון, רוואנדע, בורונדי און די דעמאקראטישע רעפובליק פון קאנגא צו מערב, און זאמביע, מאלאווי און מאזאמביק צו דרום. די מזרח גרענעצן זענען אויפן אינדישן אקעאן.

די פאראייניגטע רעפובליק פון טאַנזאַניע האט 26 ראיאנען. דער היינטיגער הויפט פון דער מדינה איז פרעזידענט זשאקאיא מרישא קיקוועטע, דערוויילט אין 2005. זייט 1996, איז דאדאמא די אפיציעלע הויפטשטאט פון טאנזאניע, און דארט געפינען זיך דער פארלאמענט און טייל רעגירונג ביוראען.

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל