זינט 2012 איז די צאל היימלאזע אין ניו יארק געשטיגן מיט 40%, און איז איינע פון די ברענעדיגע פראבלעמען פון די שטאט. א דעזיין פירמע האט ארויסגעגעבן א קאנצעפט וואס לויט ווי זי זאגט קען עס פאר א רעלאטיוו ביליגע פרייז צושטעלן צענדליגע טויזנטער בעטן פאר היימלאזע צו שלאפן אין א ווארימע קעסטל. די פלאן איז צו צושטעפענען מאדערנע סארט סקעפאלדס צו די זייטן פון עקזיסטירנדע געביידעס, וואס זאלן אנטהאלטן הונדערטער קליינע שטיבלעך אין וועלכע די היימלאזע זאלן קענען שלאפן. די סטרוקציע איז צוזאמענגעשטעלט פון אלומיניום און גלאז און איז גרינג אין וואג, און געט אויך צו אן עלעגאנטע אויסקוק פאר די געביידעס.

די פירמע ״פרעימלעב״ זאגט, אז זי איז גרייט צו אנהייבן א פראבע אין די קומענדיגע וואכן. א ענליכע פראיעקט איז שוין יעצט אין עפעקט, אין פארטלענד, ארעגאן.

בילד: דעזיינער קומט אויף מיט געניאלע געדאנק צו לעזן היימלאזיגקייט פראבלעם

בילד: דעזיינער קומט אויף מיט געניאלע געדאנק צו לעזן היימלאזיגקייט פראבלעם

בילד: דעזיינער קומט אויף מיט געניאלע געדאנק צו לעזן היימלאזיגקייט פראבלעם 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל