פענסילוועניע – א פעדעראלער ריכטער האט נעכטן געאורטיילט אז די פעדעראלע רעגירונג האט נישט קיין לעגאלע רעכט צו בלאקירן א גרויסע "גרענט" וואס דארף גיין פאר פילאדעלפיע, אויב בלאקירט זי עס צוליב וואס פילאדעלפיע איז א "סענקשוערי סיטי". זינט טראמפ'ס איינשווערונג, האבן זיך צענדליגער סיטיס איבער'ן לאנד דערקלערט אלס סענקשוערי סיטיס, וואס באדייט אז זיי קאאפערירן נישט הונדערט פראצענטיג מיט די שטרענגע אימיגראציע געזעצן וואס טראמפ וויל אינפארסירן, און אנשטאט טוען זיי באשיצן פילע אומלעגאלע אימיגראנטן, דורכ'ן נישט ארויסגעבן זייערע אינפארמאציע און זייער עקזיסטענץ פאר די פעדעראלע אימיגראציע אויטאריטעטן. דאס האט געברענגט די טראמפ אדמיניסטראציע צו סטראשען אז ווער עס וועט נישט קאאפערירן, וועט פארלירן פעדעראלע געלט שטיצע, וואס האט באלד געברענגט אז פילאדעלפיע זאל אריינגיין אין געריכט און טענה'ן דערקעגן. למעשה האט דער פעדעראלער ריכטער נעכטן געאורטיילט אז די טראמפ אדמיניסטראציע קען אויף קיין שום פאל נישט צוריקהאלטן פעדעראלע גרענטס און געלטער פון א שטאט בלויז ווייל זיי האבן זיך דערקלערט אלס א "סענקשוערי".

בילד: ריכטער אורטיילט לטובת "סענקשוערי סיטי"

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל