קאנאדע – אידישע פאמיליעס אין מאנטרעאל האבן אויפגענומען גאר פריידיג די נייעס אז דער פארלאמענט אינעם קוויבעק פראווינץ האט באשטעטיגט א פרישן געזעץ וועלכע וועט ערלויבן די חרדי'שע מוסדות התורה אין מאנטרעאל אנצוגיין ווייטער אומגעשטערט מיט'ן ערליכן חינוך, דורכדעם וואס דאס געזעץ טוט אוועקשטעלן די גענויע רעגולאציעס און אנווייזונגען וויאזוי זיך אומצוגיין מיט "האום סקולינג" פאר די קינדער. די "האום סקולינג" איז געווען א שליכטונג צווישן די היימישע פאמיליעס און די קוויבעקער רעגירונג, אז מען זאל נישט דארפן פארברענגען טעגליך לאנגע שטונדן אין די חדרים און מיידל שולעס צו לערנען לימודי חול, ווייל אנשטאט לערנט מען עס אינדערהיים.

העצער האבן פריש געהעצט אז די חרדישע פאמיליעס פאלגן נישט אויס די "האום סקולינג" רעגולאציעס און בכלל געהעצט קעגן דעם ערליכן חינוך. דאס יעצטיגע געזעץ שטעלט בלויז אוועק די רעגולאציעס ארום האום סקולינג, אבער שטעלט נישט אוועק קיין שום צוימונגען אויפ'ן ערליכן חינוך.

בילד: בתי חינוך אין מאנטרעאל האבן געהאט ערגערנישן אין די פארגאנגענהייט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל