מיאמי – דריי גאסן אין האליוואוד, פלארידע וועלכע האבן ביז יעצט געטראגן די נעמען פון גענעראלן וועלכע האבן געדינט אין דער קאנפעדערעיט ארמיי ביים אמעריקאנער בירגער קריג, גייען באקומען נייע נעמען, און זיי וועלן פון היינט און ווייטער זיין באקאנט אלס "פרידאם", "האופ" און "ליבערטי". דער שריט פון די באאמטע אין די גרויסע סיטי אין פלארידע, קומט אין א צייט וואס עס איז דא אן אנגייענדיגע באוועגונג אין פילע סיטיס און שטעט איבער'ן לאנד, אז מען זאל אראפנעמען מאנומענטן, פלאקאטן, גאס-נעמען און סיי וועלכע אנדערע געדענקענישן און געדענקמאלן וועלכע באעהרן די קאנפעדערעיט פיגורן, וויבאלד די קאנפעדערעיט באוועגונג און די אמעריקאנער בירגער קריג איז געווען ווייל די קאנפעדערעיט שטאטן האבן געוואלט אנהאלטן די שווארצע אונטער קנעכטשאפט. די האליוואוד סיטי קאמיסיע האט זיך צוזאמגעזעצט איבער די 3 גאסן מיט די נעמען פון קאנפעדערעיט גענעראלן, און נעכטן איז באשלאסן געווארן אז מ'וועט עס טוישן און ס'וועט טראגן פאזיטיווע נעמען פון פרייהייט און האפענונג.

בילד: פלארידע גאסן און קאנפעדערעיט גענעראלן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל